אין א פרואוו צו באקעמפן דעם פלו, וואס האט דעם ווינטער זייער שווער באטראפן ניו יארק, האט גאווערנאר קאומא אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו באפעל וואס דערלויבט פארמעסיס צו געבן דעם פלו-שאט פאר קינדער.

דער באשלוס קומט אין א צייט פון איבער אכט-טויזנט פלו-פאלן אין דער שטאט, מיט א קארגע אכצן-הונדערט דערפון וואס האבן געדארפט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל.

פארמעסיס האבן ביז יעצט געמעגט געבן דעם שאט בלויז פאר דערוואקסענע מענטשן, און יעצט וועלן זיי עס מעגן געבן אויך פאר קינדער פון צוויי ביז אכצן יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל