א וואטש–דאג גרופע מיט׳ן נאמען ״פאבליק סיטיזען״ האט פארעפנטליכט א דעטאלירטן באריכט אין וועלכע זיי צייגן אז פילע אויסלענדישע רעגירונגען, ארגאניזאציעס, און ספעציעלע אינטערעסן גרופעס, נוצן אויס דעם פאקט אז דער פרעזידענט פארמאגט האטעלן און איינריכטונגען, און זיי באנוצן זיך דערמיט אלס א מיטל צו געפעלן דעם פרעזידענט און באקומען צוטריט צום ווייסן הויז. אינעם באריכט רעכענען זיי אויס 4 רעגירונגען, 16 ספעציעלע אינטערעסן גרופעס, און 35 רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטעען, וועלכע האבן אויסגעגעבן געלט פאר דער טראמפ ארגאניזאציע. דאס נעמט אריין האטעלן אין וואשינגטאן און אין פלארידע.

דער באריכט צייגט אָן אז סאודי אראביע, א לאנד וואס זוכט שטארק גוטע באציאונגען מיט טראמפ, האט אויסגעגעבן איבער א פערטל מיליאן דאלאר אין טראמפ האטעלן. און רעפובליקאנער קאמפיין קאמיטעען האבן אויסגעגעבן איבער $300,000. די גרופע זאגט אז דאס איז אין קעגנזאץ צו דער קאנסיטיטוציע, וועלכע פארבאט דעם פרעזידענט צו געניסן פון אויסלענדישע קוועלער, אבער טעכניש איז עס נישט אומלעגאל, וויבאלד דער פרעזידענט איז אצינד נישט קיין מיטגליד אין דער טראמפ ארגאניזאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל