דער געוועזענער טראמפ פריינט און ראטגעבער, סטיוו בענאן, וועלכער איז היינט ביטער צעקריגט מיט׳ן פרעזידענט, איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער פארנט פון א קאמיטע אין סענאט, וועלכע פארשט אויס די מעגליכקייט אז דער טראמפ קאמפיין האט קאלאבערירט מיט רוסלאנד אין זייערע באמיאונגען צו באאיינפלוסן דעם אויסגאנג פון די פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע. דער פארהער ווערט געמאכט אונטער פארמאכטע טירן, און קומט נאכדעם וואס אין א לעצטנס-ערשינענעם בוך ווערט בענאן ציטירט, ווי ער באצייכנט די זיצונג צווישן טראמפ קאמפיין באאמטע און א רוסישע לויער אלס ״פאררעטעריש״, און ספעציעל איבער זיין קאמענטאר אז ״די שאנסן אז פרעזידענט טראמפ האט נישט געוואוסט איבער די פארבינדונגען מיט רוסלאנד, זענען זערא״.

קוועלער אין דער אויספארשונג קאמיטע האבן געזאגט אז די סענאטארן האבן פרובירט ארויסצובאקומען פון אים וויפיל פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט געוואוסט איבער דער מיטינג אינעם טראמפ טורעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל