די לאנדאנער חברה קדישא ״עדת ישראל״ האט אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע צו א געריכטליכע קאמיטע, מיט א ביטע צו באזייטיגן פון איר פאזיציע די אויסגערופענע מרשעת, די קאראָנער (מעדיקעל עקעזעמינער) פון לאנדאן, אנגעבנדיג איר הארצלאזע אויפפירונג ווען עס קומט צו אידישע טראגעדיעס, וואס האט שוין ליידער געברענגט פילע פעלער פון שרעקליכן בזיון המת און אויסטערלישער צער פאר די פאמיליעס.

די קאראנער האט אפן מודה געווען אין א בריוו אז זי וועט נישט טוישן איר פאליסי צו רעספעקטירן די רעליגיעזע געברויכן פון די פאמיליעס, זאגנדיג אז עס איז איר פאליסי אז ״קיין שום טויטפאל וועט נישט באקומען קיין פריאריטעט צוליב די רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן פונעם פארשטארבענעם״.

א ווארטזאגער פאר דער חברה קדישא האט געזאגט, אז טראץ וואס זיי גלייכן נישט צו נעמען אזעלכע שריט, האבן זיי נישט קיין ברירה, נאכדעם וואס זי האט אפגעשלאגן יעדע פשרה וואס איז איר פארגעלייגט געווארן, אריינגערעכנט צו האלטן די קערפער פון א בר-מינן אונטער'ן אויפזיכט פון דער חברה קדישא ביז צו די לוי׳, און זי האלט זיך נישט ביים בייגן אפילו קיין טראפ צו די געפילן און געברויכן פון באטראפענע פאמיליעס אין צייט פון א טראגעדיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל