לאנדאן – די טרויעריג-בארימטע קאראנער אין לאנדאן, מערי האסעל, וועלכע האט אין דער פארגאנגענהייט שוין אפגעהאלטן די קבורה פון אידישע נפטרים, אויפשטורעמענדיג דאס אידישע לאנדאן און אידן איבער דער וועלט, מאכט פרישע פראבלעמען. עס זענען אקארשט באריכטעט געווארן איבער פרישע פעלער פון אידישע נפטרים וועלכע זי האט אין די לעצטע צוויי וואכן פארשלעפט זייער קבורה און זיך נישט געקימערט מיט די ביטעס פון די פאמיליעס. די צוויי פרישע פעלער, וואס זענען באריכטעט געווארן אין דער בריטישער מידיא, האבן פאסירט מיט משפחת דעוויס און משפחת האפנער, וועלכע האט געמאכט 210 טעלעפאן קאלס צום קאראנער'ס אפיס, בעפאר'ן באקומען אן ענטפער, און זי האט זיי ארומגעשלעפט 4 טעג. אין א פרישן העסליכן סטעיטמענט האט די מרשעת זיך געאייסערט, אז "קיין שום טויט וועט נישט באקומען פריאריטעט צוליב דער רעליגיע פונעם טויטן אדער די פאמיליע". די וואך אין דער פרשה לערנט כלל ישראל איבער דער גרויסקייט פון "חסד של אמת" וואס מ'טוט מיט די מתים, איז א דבר בעתו מתפלל צו זיין, מ'זאל שוין אויפהערן ליידן פון אירע צרות און קאשמארן, און אידישע נפטרים און זייערע משפחות זאלן נישט דארפן ליידן אזויפיל צער ביי פעלער פון בר-מינן.

בילד: פרישע צרות מיט לאנדאנער קאראנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל