איראן – עס שטעלט זיך ארויס אז נישט נאר איין שוהל אין דער איראנער שטאט שיראז איז וואנדאליזירט געווארן, נאר אויך די צווייטע שוהל וואס עקזיסטירט אין דער שטאט, איז איבערגעפאלן געווארן. גענוי ווי אין דער "חדש" שוהל, האבן די וואנדאלן וואס זענען איבערגעפאלן דעם "קאשי" שוהל, אויך ליידער צעריסן די ספרי תורה אויף א שוידערליכן פארנעם און האבן אראפגעשליידערט סידורים און ספרי קודש אויף דער ערד. אין דער "קאשי" שוהל האבן די וואנדאלן אויך גערויבט טייערע זילבערנע תשמישי קדושה, וואס גיט דעם איינדרוק אז זיי זענען געווען פשוט'ע גנבים, אבער פארט זענען די ארטיגע אידן שטארק באזארגט איבער דער כוואליע פון שוהל וואנדאליזם.

בילד: צווייטע איראן שוהל וואנדאליזירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל