איסטאנבול – דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז די וויזא אפעראציעס ביי די אמעריקאנער קאנסולאטן אין טערקיי, וועלן זיך צוריק אנהייבן פולקאם, צוויי מאנאטן נאכדעם וואס עס איז אפגעשטעלט געווארן. די וויזא אפעראציעס זענען אפגעשטעלט געווארן, נאכדעם וואס עס האט פאסירט אן אינצידענט, אז טערקישע פאליציי האבן ווילד ארעסטירט עטליכע ארטיגע בירגער וועלכע זענען איינגעשטעלט ביי דער אמעריקאנער קאנסולאט אין אנקארא, און אמעריקע האט געוואלט צייגן איר אויפברויז און פראטעסט קעגן דער שריט פון די טערקישע פאליציי. א סטעיטמענט נעכטן פון דער אמעריקאנער רעגירונג האט דערקלערט אז "די סיטואציע האט זיך פארבעסערט", וועלן דעריבער וויזא אפעראציעס זיך ווידער אנהייבן, ענדיגנדיג אן אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער.

בילד: טערקיי-אמעריקע וויזא פראצעדורן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל