א גרופע פון 48 געזעצגעבער אייניג צוטיילט צווישן ביידע פארטייען האבן היינט אויפגעוויקלט א געמיינזאמע פלאן וואס לויט זיי דינט ווי א פשרה צווישן ביידע פארטייען איבער אימיגראציע און די פראבלעם פון דאק״א, דאס קומט נאכדעם וואס דאס ווייסע הויז האט מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעווארפן א ענליכע אומפארטייאישע פארשלאג, וואס האט עווענטועל געפירט צום רעגירונג שאט-דאון.

דאס ווייסע הויז האט פאריגע וואך געשיקט א פארשלאג צו קאנגרעס וועלכע וואלט געגעבן א וועג צו בירגערשאפט פאר ארום 2 מיליאן אומדאקומענטירטע אימיגראנטן, אבער איז צוריקגעווארפן געווארן דורך דעמאקראטן צוליב אנדערע גאר שטרענגע רעגולאציעס וואס עס לייגט ארויף אויף לעגאלע אימיגראציע.

די יעצטיגע פלאן פארגעשטעלט דורך א גרופע געזעצגעבער אין שפיץ פונעם רעפובליקאנער ניו יארקער קאנגרעסמאן טאם ריד, און דער דעמאקראטישע ניו דשערזי קאנגרעסמאן דשאש גאטהיימער מיט נאך 46 געזעצגעבער. אונטער דעם פלאן וועלן די אנגעשלאסענע אין דאק״א קענען באקומען פערמענאנטע בירגעשאפט ביז 10 יאר אויב זיי האבן א דשאב און א רעקארד ריין פון פארברעכנס, און אזוי אויך שטעלט עס צו 1.6 ביליאן דאלער פאר טראמפ׳ס גרעניץ וואנט און נאך א ביליאן דאלער פאר מער זיכערהייט.

עס איז אומקלאר אויב דער פלאן וועט געניסן פון שטיצע פונעם ווייסן הויז נעמנדיג אין באטראכט אז א גאר ענליכע פארשלאג וואס איז אויסגעארבעט געווארן אין סענאט איז צוריקגעווארפן געווארן דורכ׳ן ווייסן הויז.

בילדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל