די געשעדיגטע אין דער טעראר-אטאקע ביי דעם ביציקל-שטעגל אין מאנהעטן האבן אריינגעטראגן א 600-מיליאן דאלארדיגע אנקלאגע קעגן דער סיטי און סטעיט, מיט דער טענה אז די שטאט-טאטעס האבן געוואוסט אז דאס ארט איז אומזיכער קעגן דער טעראר-געפאר, אבער האבן גארנישט געטאן צו באשיצן דאס פלאץ.

די באשולדיגונג ווייזט אן אויף עטליכע עקסידענטן וואס האבן זיך פריער אפגעשפילט אויפ'ן זעלבן פלאץ, ווי אויך א נאטיץ וואס דער 'היימלאנד זיכערהייטס' דעפארטמענט האט פארעפנטליכט נאך אין 10', וועגן דער מעגליכקייט פון טעראריסטן זאלן ניצן אויטאמאבילן דורכצופירן טעראר-אקטן.

די אנקלעגערס ווילן אז די סיטי און סטעיט זאלן זיי פארגוטיגן פאר דער טראומא און אנדערע פראבלעמען וואס זיי ליידן אדאנק יענער אטאקע.

די טעראר-אטאקע איז פארגעקומען פאראיאר, ווען א מוסולמענער פון ניו דזשוירזי איז ארויפגעפארן מיט א טרעקל אויף דער ביציקל-ליניע, און אומגעברענגט אכט מענטשן און פארוואונדעט צוועלף אנדערע.

בילד: ביציקל-שטראז טעראר-קרבנות קלאגן שטאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל