אין ליכט פון דער שווערסטן פלו-סעזאן אין דער היסטאריע פון ניו יארק, האט סענאטאר שומער גערופן די פעדעראלע רעגירונג אונטערצושטעלן א פלייצע און העלפן דער שטאט זיך אן עצה געבן מיט'ן מצב.

דער שטאטישער געזונטהייט דעפארטמענט זאגט אז איבער דער פארגאנגענער וואך איז געווען א 54 פראצענטיגער וואוקס אין פלו-פאלן איבער דער שטאט, מיט איבער 1,600 מענטשן וואס האבן געדארפט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל.

אין סך הכל זענען איבער צוואנציג-טויזנט מענטשן באטראפן געווארן פון דער פלו, און שומער טענה'ט אז דער מצב איז גענוג ערנסט פאר דעם 'צענטער אוו דעזיז קאנטראל' אריינצוקומען אין בילד.

צום ערגסטן זענען באטראפן געווארן די באראוס פון ברוקלין און קווינס, וואו דער רוב אנגעשטעקטע זענען קינדער אונטער פינף יאר אלט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל