די רעגירונג אין אינדיע האט געמאלדן, אז ווי עס שיינט וועט איר עקאנאמיע וואקסן דורכאויס 17' און 18' מיט זיבן ביז 7.5 פראצענט, און דערמיט צוריק פארנעמען דאס פלאץ אלס שנעלסט-וואקסנדע עקאנאמיע איבער דער וועלט.

אינדיע האט שוין פריער געטראגן דעם זעלבן טיטל, אבער האט עס פארלוירן פאראיאר, ווען איר עקאנאמיע איז געוואקסן מיט בלויז 6.75 פראצענט.

די פריערדיגע רעדוקציע איז געקומען פון ווייניגער אויסלענדישע אינוועסטמענטס און א רעדוקציע אין עקספארט.

דער 'אינטערנאציאנאלער מאנעטערי פאנד' איז מסכים מיט דער אפשאצונג, און האלט אז איר עקאנאמיע וועט אין 18' וואקסן מיט 7.4 פראצענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל