ענדרו מקעבי האט היינט געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון זיין אמט אלס דעפיוטי דירעקטאר פון די עף-בי-איי נאך לאנגע וואכן וואס פרעזידענט טראמפ טוט אים עפנטליך אראפרייסן אלס פאליטישע גענויגט צו די דעמאקראטן און קריטיקירט זיין האנדלונג אין די אויספארשונג פון די קלינטאן אימעילס, מקעבי האט אויך געדינט אלס פאקטישער עף-בי-איי דירעקטאר נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אפגעזאגט זיין אויבערהאר דשעימס קאומי ביז קריסטאפער רעי איז געווארן איינגעשוואוירן אין אמט.

די רעזיגנאציע קומט אין די זעלבע צייט וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז דער פרעזידענט האט פרובירט צו לייגן דרוק אויף דעם אמטירנדער עף-בי-איי דירעקטאר קריסטאפער רעי אז ער זאל אפזאגן מקעבי פון זיין פאזיציע, און אזוי אויך האט די ״וואשינגטאן פאוסט״ אויפגעדעקט אז דער פרעזידענט האט אים פערזענליך פארגעהאלטן ביי א זיצונג אין אוועל אפיס און אים געפרעגט פאר וועמען ער האט געוויילט, אויף וואס ער האט געענטפער אז ער האט נישט געוועלט אין די פארלאפענע וואלן.

רעפובליקאנער ווייזן אָן אויף די פאקט אז מקעבי איז פארהייראט צו א דעמאקראטישע פאליטיקאנט וועלכע איז געלאפן פאר א סענאט זיץ אין ווירדשיניע און האט באקומען שווערע געלטער אין קאמפיין ביישטייערונגען פון פילאנטראפן וועלכע זענען נאנט פארבינדען צו קלינטאן, א זאך וואס שטעלט אונטער פראגע צייכן זיין אויפריטיגקייט ווען עס קומט צו אויספארשן קלינטאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל