א שרעקליכע טראגעדיע איז בחסדי השם פארמיטן געווארן, ווען א זיכערהייטס-וועכטער האט באצייטנס אנטדעקט א מאכטפולע באמבע, וואס איז געווען פארפלאנצט ביי דער זייט פון א פארנומענעם הייוועי, 'כביש 375', נעבן דער חרדי'שער שטאט ביתר עלית.

דער וועכטער האט געהאלטן אינמיטן דורכגעפירט א רוטינעם באזוך אין געגנט, ווען ער האט אויפגעכאפט דעם פארדעכטיגטן פעקל ביי דער זייט און אלארמירט די פאליציי.

די ספעציעלע באמבע-איינהייט האט נייטראליזירט די מאכטפולע באמבע, וואס וואלט חלילה געווען קאטאסטראפאל אויב זי וואלט אויפגעריסן.

נאך אן אינטענסיווע אויספארשונג איז דער פארדאכט געפאלן אויף אן אראבער פון בית לחם, וועלכער האט ביים ארעסטירט ווערן מודה געווען אין דעם אקט.

ביתר עלית, וואס געפינט זיך אין דער הרי יהודה גענט פון דעם יהודה ושומרון ראיאן, ארום 6.2 מייל פון ירושלים, פארמאגט א קנאפע 55-טויזנט איינוואוינערס, מיט א גרויסער מערהייט חרדי'שע אידן.

ביתר עילית

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל