טעהראן – דער געוועזענער איראנער פרעזידענט, מאכמוד אכמעדינעזשאד, איז ארעסטירט געווארן אין איראן, נאכ'ן ווערן געכאפט ביים געבן א העצערישע רעדע קעגן דער איראנער רעגירונג. לויט די באריכטן, האט אכמעדינעזשאד געגעבן די רעדע אין דער שטאט בושאר, אין דער צייט וואס העפטיגע אנטי-רעגירונג פראטעסטן גייען אן איבער'ן גאנצן לאנד. אכמעדינעזשאד האט אין דער רעדע געזאגט אז די רעגירונג ווערט קאנטראלירט דורך אזעלכע וועמען עס אינטערעסירט נאר זיך אנצופילן די טאשן, און וואס קימערן זיך נישט מיט די זארגן און באדערפענישן פונעם פאלק. ספעציפיש האט אכמעדינעזשאד אראפגעריסן דעם איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני. ווי די איראנער אויטאריטעטן זאגן, וועלן זיי פארלאנגען אין געריכט אז אכמעדינעזשאד זאל געשטעלט ווערן אונטער הויז-ארעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל