סאודי אראביע – א גרופע פון עלף פרינצן זענען ארעסטירט געווארן אין סאודי אראביע, נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט א זיצנדיגע פראטעסט פארנט פון א פאלאץ אין דער הויפטשטאט ריאד. די פרינצן האבן פראטעסטירט קעגן א קעניגליכן דעקרעט וועלכע איז ארויסגעגעבן געווארן מיט עטליכע טעג צוריק, וואס דער דעקרעט האט פארארדענט די רעגירונג אפצושטעלן באצאלן די עלעקטעריציטעט און וואסער-בילס פון פילע פרינצן און מיטגלידער פון דער קעניגליכער פאמיליע. די שניטן קומען אין א צייט וואס די סאודיער מלוכה פרובירט צו באלאנצירן זייער בודזשעט און זיך צוגעוואוינען צו א נייעם רעאליטעט ווען אויל ברענגט זיי שוין נישט אריין אזויפיל ביליאנען דאלאר יערליך ווי עס פלעגט אמאל. די ארעסטן פון די 11 פרינצן קומען א האלב יאר נאכדעם וואס צענדליגער פרינצן און איינפלוסרייכע זענען געשטעלט געווארן אונטער ארעסט, אין א מאסן פראיעקט דורכ'ן יונגן קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל