וואשינגטאן – אין א סעריע מעסעדזשעס אויף טוויטער, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן אינדערפרי פארטיידיגט זיין קלוגשאפט און גייסטישן געזונט צושטאנד, אלס רעזולטאט פונעם נייעם בוך וואס דער זשורנאליסט מייקל וואולף האט געשריבן, אין וועלכן ער דעקט אויף זארגן איבער טראמפ'ס גייסטישע געזונט און אינטעליגענץ.

טראמפ שרייבט: "יעצט אז די רוסישע קאלוזשען סקאנדאל, נאך א יאר פון אינטענסיווע אויספארשונג, איז פעסטגעשטעלט געווארן אלס א טאטאלע קאנספיראציע אויפ'ן אמעריקאנער פובליק, טוען די דעמאקראטן און זייערע געהילפן אין די 'פעיק ניוז' מידיא ארויסנעמען דעם ראנאלד רעיגען בוך און זיי שרייען איבער גייסטישע סטאביליטעט און אינטעליגענץ."

טראמפ גייט ווייטער: "אייגנטליך, דורכאויס מיין גאנץ לעבן, זענען מיינע צוויי שטערקסטע זאכן געווען דאס וואס איך בין גייסטיש סטאביל און דאס אז איך בין שטארק קלוג". טראמפ פירט אויס מיט'ן ארויסברענגען זיינע עררייכונגען דורכאויס די לעצטערע יארן, און ענדיגט צו: "איך מיין אז דאס קוואליפיצירט מיך אלס נישט סתם קלוג, נאר אלס גאון, און זייער א סטאבילער זשעני!"


טוויטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל