וואשינגטאן – דער סענאט האט נעכטן באשטעטיגט דזשעראום פאועל, צו דינען אלס נייער טשעירמאן פון דער פעדעראלער רעזערוו, און ער וועט איבערנעמען די פאזיציע פון דזשענעט יעללען, וועמענ'ס טערמין עס לויפט אפ קומענדיגע וואך אנהייב פעברואר. טראמפ האט אים נאמינירט אין נאוועמבער.

פאועל וועט זיין דער זעכצנטער טשעירמאן אין היסטאריע פון דער פעדעראלער רעזערוו, און ער קומט אריין אינמיטן א צייט וואס די פעדעראלע רעזערוו האלט אינמיטן נאכאנאנדע אינטערעסט ראטע העכערונגען, צוליב וואס די עקאנאמיע ווערט מער און מער סטאביליזירט. יעללען וועט גענצליך אפטרעטן פון איר אמט און וועט נישט האבן סיי וועלכע פאזיציע אין דער פעדעראלער רעזערוו, וואס דערמיט וועט זי זיין די סאמע ערשטע טשעירמאן זינט די 970'ער יארן, צו דינען ווייניגער ווי צוויי טערמינען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל