פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט היינט געמאלדן אז ער וועט באשטימען דעם אמטירנדער "פעדעראל רעזערוו" גאווערנאר, דזשעראום פאועל, אלס דער נייער טשעירמאן פונעם "פעדעראל רעזערוו", ווען דער טערמין פונעם איצטיגן טשעירמאן, פרוי דזשענעט יעלען, לויפט אויס אין אנהויב 18'.  פאול איז אן אבאמא באאמטער און האט א גוטע רעפוטאציע אלס געערטער עקאנאמיסט. פרעזידענט טראמפ האט אינטערוויוד ארום 5 קאנדידאטן, און האט צווישן אנדערע אויך שפעקולירט צו פארלענגערן די טערמין פונעם אמטירנדער טשעירמאן, טראץ וואס אין די פארגאנגנהייט האט ער איר שטארק קריטיקירט, אבער ווי עס שיינט האט ער שוין באשלאסן צו באשטימען פאול וועלכע האלט אן די עקאנאמישע פאליסיס פון יעלען. ער האט דערמיט גענומען א זיכערע אויסוואהל און די מארקעטס זענען ערווארטעט צו רעאגירן דערצו פאזיטיוו.

בילד: דשעראום פאועל נאמינירט פאר נייער טשעירמאן פון פעדעראל רעזערוו

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל