וואשינגטאן – נעכטן זענען געקומען א סעריע באריכטן ארום דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג וואס ראבערט מוללער פירט אן, און מען האט געהערט אז ער האט שוין אויסגעפרעגט דעם אמטירנדן אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, וועלכער האט געשפילט א ראלע אינעם טראמפ קאמפיין, און אויך האט ער שוין אויסגעפרעגט דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, איבער זיינע פריוואטע קאנטראווערסיאלע געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז מוללער גרייט זיך אויסצופרעגן טראמפ פערזענליך אין די קומענדיגע וואכן, און ער פלאנירט ספעציפיש צו פרעגן דעם פרעזידענט איבער דעם וואס ער האט ארויסגעווארפן מייקל פלין פון זיין פאזיציע אלס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, און ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון זיין פאזיציע אלס עף-בי-איי דירעקטאר.

בילדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל