מיט עטליכע וואכן נאך דעם וואס דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, בנימין נתניהו, האט דעקלערט אז קריפטאו-וואלוטעס ווי 'ביטקאין' וועלן אין דער צוקונפט איבערנעמען פאפירענעם געלט, האט 'באנק הפועלים' אנגעהויבן געשפרעכן מיט 'אי-עי-אי', א סייבער-זיכערהייטס פירמע וואס באלאנגט צו דער ארטיגער רעגירונג, וועגן עטאבלירן אן אייגענע נאציאנאלע קריפטאו-וואלוטע.

באנק הפועלים, די גרעסטע באנק אין מדינת ישראל, האפט אהערצושטעלן א קריפטאו-וואלוטע וואס וועט זיין זיכער און גרינג צו ניצן, און וועט פארגרינגערן פארשידענע אספעקטן פון מקח-וממכר, אריינגערעכנט דאס קענען ניצן דאס ווירטואלע געלט אונטערצושרייבן קאנטראקטן.

א שטודיע וואס איז נארוואס פארעפנטליכט געווארן ווייזט, אז ביים יאר 2025 וועט צען פראצענט פון דער וועלט'ס עקאנאמישע אקטיוויטעטן דורכגעפירט ווערן אין קריפטאו-וואלוטע.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל