א פאליציאנט ווערט באשולדיגט אין געבן א זעץ מיט'ן פויסט פאר א צווייטן אין פנים און דערביי פאכן מיט זיין ביקס, אין אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט דעם דינסטאג אוונט אין דער מידוואוד געגנט פון ברוקלין.

מייקל בעראר, וועלכער איז דעמאלט נישט געווען אין דינסט, איז געווארן אויפגעברויזט ווען א צווייטער אויטאמאביל האט בטעות אנגערירט זיינעם פון אונטן. בעראר איז ארויסגעשפרינגען פון קאר, צוגעלאפן צום דרייווער פונעם אנדערן אויטאמאביל מיט'ן ביקס אין דער האנט, און אים דערלאנגט מיט'ן פויסט אין מויל.

דער פאליסמאן איז דאן אוועקגעפארן, אבער שפעטער געכאפט געווארן. בעראר ווערט צווישן אנדערן. אנגעקלאגט אינעם האבן מיט זיך א ביקס ווען ער האט נישט געטארט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל