דער כינעזישער מאגנאט, דזשעק מאַ, אייגנטימער פונעם פאפולערן וועבזייטל 'אַליבאַבאַ' האט געהאלטן פאר'ן שליסן אן 1.2-ביליאן דאלארדיגן געשעפט אפצוקויפן די אמעריקאנער 'מאניגרעם' געלט-טראנספער פירמע, אבער די טראמפ-אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט דעם פארקויף, אנגעבנדיג "נאציאנאלע זיכערהייטס זארגן" אלס די אורזאך.

דאס עסק וואלט געווען דער טייערסטער פארקויף פון אן אמעריקאנער פירמע צו כינע.

מאַ, א באקאנטער כינעזישער ביזנעסמאן מיט קאנטאקטן אין די העכסטע עשאלאנען פון דער כינעזישער רעגירונג, האט פאריגן יאר פארזיכערט טראמפ אז ער וועט שאפן א מיליאן פרישע דזשאבס פאר אמעריקאנער בירגער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל