אידישע וועטער באריכט


א גוט אווענט, היינט איז ענדליך געווען גאנץ א שיינע און קאלטע ווינטער טאג. א שטורם וואס אונז האבען מיר שוין דורכגערעדט די גאנצע וואך ברענגט אייז און שניי צו פלעצער ווי נארט פלארידא און ביז די קאראליינאס. די שטורם וועט זיך דעוועלאפען מורא׳דיג שנעל און ווערען א שטארקע שניי האריקעין איבער די נעקסטע 24-36 שעות. די פראבלעם איז אז דער פונקטליכע טרעק איז נאך ציווישען צוויי מעגליכע. ביידע ברענגען א שיינע פאר אינטשעס שניי פאר די שטאט. די נענטערע טרעק פון די שארט רענד׳ג מאדעלס וואלטען אבער געברענגט נאנט צו א פוס. אונזער דשאב איז צו זעהן וויאזוי דאס קען גייען אין איבערגעבען א וועטערבאריכט מיט שניי אמואנטס. וואס זעהט אויס גאנץ זיכער איז 1) די העכסטע שניי אמאונטס און שטערקסטע ווינטען ווי אויך בליזזערד קאנדישטענס וועלען בייגרייפען איסט און סאוט פון שטאט (למשל לעיקוואוד און לאנג איילענד) 2) ווייניגער שניי וואס מער איהר גייט אפסטעיט און נארט וועסט פון שטאט. 3) די שניי הויבט זיך אהן שפעט ביינאכט אין נאו דזערסי און ביי פארטאגס אין שטאט. די ערגסטע חלק פון די שטורם וועט אנקומען פון מארגין צופרי ביז מיטאג צייט 4) די שניי קלעבט גלייך און ראודס וועלען זיין גליטשיג מיט שטארקע ווינטען און קאלטע לופט איבעראל. 5) די שניי אמואנטס קענען זיך טוישען און עס וועט זיין שטארקע חילוקים פון איין פלאץ צו די אנדערע איבער אפאר מייל.

פאר פונקליכע וועטער אפדעיטס און שניי מעפס בלייבט אויף די טשענעל.

ביי דאנערשטאג נאכמיטאג און אווענט איז די שניי דעריבער אבער מיט שטארקע ווינטען און טעמפרעטורס וואס פאלען נאנט ביז 10 וועט זיך עס שפירען סכנה׳דיג קאלט די רעיל פילס קענען זיין פון 5- ביז 15- דאנערשטאג ביינאכט און פרייטאג בלייבט ארום 12 אין שטאט מיט רעיל פילס פון 0-10.פרייטאג צונאכטס פאלט עס נאנט צו 0 אפילו אין שטאט. עס בלייבט שטארק קאלט שבת און זונטאג מיט רעגן אדער שניי געמישט און מער נארמאלע טעמפרעטורס פאר מאנטאג און דינסטאג.


ניו יארק סיטי
⛄️שטורם ווארענונג!⛄️
היינט נאכט-☁️/❄️24😨0
1-2 אינטשעס מעגליך📌
דאנערשטאג -❄️💨26😨5-
4-8 אינטשעס סך הכל📌
נאכט-☁️🌛💨10😨15-
פרייטאג-🌤12💨😨10-
נאכט-🌛💨2😨15-
שבת-🌤10😨15-
נאכט-🌛2😨15-
זונטאג-🌤20
מאנטאג-🌨?🌧40
דינסטאג-🌧?🌨38
מיטוואך -🌤28

לעיקוואד
⛄️בליזארד ווארענונג!⛄️
היינט נאכט-❄️25😨-0
2-4 אינטשעס מעגליך📌
דאנערשטאג -❄️💨25😨0
8-12 אינטשעס סך הכל📌
נאכט-☁️🌛💨10😨15-
פרייטאג-🌤15💨😨10-
נאכט-🌛💨2😨15-
שבת-🌤12😨15-
נאכט-🌛0😨15-
זונטאג-🌤24
מאנטאג-🌨?🌧40
דינסטאג-🌧?🌨40
מיטוואך -🌤30

מאנסי
⛄️ווינטער-וועטער ווארענונג!⛄️
היינט נאכט-☁️/❄️17😨0
1 אינטשעס מעגליך📌
דאנערשטאג -❄️💨24😨5-
2-5 אינטשעס סך הכל📌
נאכט-☁️🌛💨8😨15-
פרייטאג-🌤9💨😨13-
נאכט-🌛💨2-😨22-
שבת-🌤10😨18-
נאכט-🌛5-😨15-
זונטאג-🌤18
מאנטאג-🌨?🌧37
דינסטאג-🌧?🌨36
מיטוואך -🌤26

קרית יואל
⛄️ווינטער-וועטער ווארענונג!⛄️
היינט נאכט-☁️/❄️13😨0
קאוטינג מעגליך📌
דאנערשטאג -❄️💨22😨0
1-3 אינטשעס סך הכל📌
נאכט-☁️🌛💨4😨15-
פרייטאג-🌤7💨😨16-
נאכט-🌛💨5-😨25-
שבת-🌤6😨20-
נאכט-🌛9-😨15-
זונטאג-🌤17
מאנטאג-🌨?🌧35
דינסטאג-🌧?🌨35
מיטוואך -🌤24

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-🌨9
דאנערשטאג -☁️/❄️15
נאכט-❄️5😨20-
פרייטאג-☁️3😨20-
נאכט-🌛5-😨25-
שבת-🌤2😨15-
זונטאג-☁️20
מאנטאג-🌨23




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל