ניו יארק – שרייבנדיג די שורות, מיטוואך אווענט, גרייט מען זיך אין גאנצן מערב טייל פון די פאראייניגטע שטאטן, פאר אן ערנסטן און היסטארישן שניי שטורעם, וואס די וועטער עקספערטן באצייכענען עס אלס א "באמבע ציקלאן", צוליב וואס די שניי וועט באפאלן דעם האריזאנט מיט א גרויסן אימפעט אינאיינעם מיט גאר שווערע שטורמישע ווינטן.

ניו יארק איז דערווארט צו זיין פון די שווערסט-באטראפענע סטעיטס, אויב וועט דער שטורעם טאקע פארן אויפ'ן דערווארטעטן סיסטעם, און אלעס אינאיינעם זעט מען פאר אין ברוקלין פון 6 ביז 8 אינטשעס שניי, אין אפסטעיט ארום א האלבן פוס שניי, און אינעם לעיקוואוד, ניו דזשערסי ראיאן צווישן 8 ביז 12 אינטשעס.

טיילן פון ניו יארק סטעיט זענען אונטער בליזארד ווארענונגען, און אין ניו יארק סיטי האט מעיאר ביל דעבלאזיא געמאלדן אז אלע סיטי שולעס וועלן היינט זיין פארשפארט, צוליב וואס מ'ערווארט דעם שווערן שניי. מאטאריסטן זענען געווארנט געווארן קעגן דרייוון, צוליב וואס ווינטן פון 55 מייל פער שטונדע, וועלן מאכן אוממעגליך צו זען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל