ניו יארק – היימלאזע מענטשן פון ברוקלין, וועלן זיך קענען אפרייניגן אין דער צוקונפט טעגליך, דורך א באס וואס וועט ארומפארן אויף די גאסן פאר זייער באקוועמליכקייט. ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס האט געמאכט דעם באַשלוס דעם פארגאנגענעם מיטוואך צו צושטעלן פאר היימלאזע מענטשן שויערס זיך צו קענען אפרייניגן. דער באס וועט קומען אויסגעשטאט מיט צוויי שויערס, און דער געדאנק קומט ווען באאמטע אין סאן פראנציסקא האבן אויסגעשטאט א באס, פאר היימלאזע מענטשן, זיך צו קענען אפרייניגן, וועלן יעצט די ברוקלינער אויטאריטעטן נאכמאכן דעם זעלבן געדאנק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל