אין דער צייט וואס די רעגירונג אין מיאנמאר-בורמע ווערט באשולדיגט דורך דער וועלט איבער איר האנדלונג מיט דעם מוסלעמענער מינאריטעט אין ראהינגע, האבן פרישע אומרוען אויסגעבראכן צוליב אנגעצויגנקייט אין דעם אזיאנער לאנד, וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון ארום 40% מינאריטעטן. דאס איז געקומען נאכדעם וואס פאליציי האבן דערשאסן צום טויט 7 בודהיסטישע פראטעסטירער און פארוואונדעט נאך פילע אין דער שטאט ראקיין, די פראטעסטן זענען געקומען איבער דעם וואס די רעגירוג האט פארבאטן פאר לאקאלע איינוואוינער אפצוצייכענען א צערעמאניע פאר'ן צוזאמענפאל פון דער ארעקאן קעניגרייך, ווען די בורעמעזער האבן איינגענומען דעם ראיאן. די רעזשים קוקט נישט מיט קיין גוט אויג אויף אזעלכע טראדיציעס, וועלכע געבן א נאציאנאלע שטאלץ פאר מינאריטעטן. דער אינצידענט ברענגט מער אויפמערקזאמקייט צו די אנגייענדיגע פארברעכנס און מענטשן–רעכט פארלעצונגען פון מיאנמאר-בורמע, וועלכע איז פארדאמט געווארן מיט צוויי חדשים צוריק דורך דער יו-ען פאר׳ן דורכפירן ״עטנישע רייניגונג״.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל