דיפלאמאטן אין סאוט קארעא זאגן אז זיי זענען געקומען צו אן אפמאך מיט נארט קארעא דורכצופירן א געמיינזאמע מארש צערעמאניע ביי דער עפענונג פון די אלימפישע שפילן, וואס קומען פאר קומענדיגן מאנאט אין דער הויפטשטאט פון סאוט קארעא, די אטלעטן פון ביידע לענדער וועלן מארשירן אין א פאראדע אונטער א פאראייניגטע פאן. די פאראייניגטע פאן פארמאגט א בלויע צייכענונג פונעם קארעאר האלב-אינזל אויף א ווייסן אונטערגרונד, די פאן איז גענוצט געווארן אין דער פארגאנגענהייט אלס צייכן פון שלום צווישן די צוויי טיילן פונעם אינזל, און וועט יעצט גענוצט ווערן אויסצודריקן אפטימיזם איבער די באנייעטע געשפרעכן צווישן די לענדער. ביי זיין רעדע היינט, ביים סאמיט אין ווענקאווער, האט דער סאוט קארעאר אויסערן מיניסטאר אויסגעלויבט די באנייטע פארהאנדלונגען, זאגנדיג אז מען מאכט שטארקע פארשריט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל