דייטשע אויטאריטעטן האבן נעכטן דוכגעפירט אבלאוועס און ארעסטירט ארום 10 איראנער שפיאנען, וועלכע האבן דורכגעפירט שפיאנאזש ארבעט אין דייטשלאנד קעגן מדינת ישראל צילן פאר די אל-קודס בריגאדע אין איראן, וואס איז א פליגל פון די רעוואלוציאנערישע גווארדיע וואס שטיצט און פלאנירט טעראר קעגן מדינת ישראל. באריכטן אין דער דייטשישער פרעסע האבן היינט אויפגעדעקט, אז די שפיאנען ווערן שוין נאכגעפאלגט דורך די דייטשע געהיים פאליציי פאר איבער א חודש, און אז זיי האבן צווישן אנדערע אויך שפיאנירט אויף אידישע צילן, אריינגערעכנט שולעס און קינדערגארטנס.

לויט דער מדינת ישראל מוסד אגענטור, האבן זיי צוגעשטעלט אינפארמאציע פאר דייטשלאנד איבער דעם שפיאנאזש צעל, זיי זאגן אז זייער ציל איז געווען אויפצושטעלן א טעראר צעל אין דייטשלאנד צו אטאקירן אידישע און להבדיל מדינת ישראל צילן אין לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל