די קורדישע פארטיי אין סיריע האט אריינגעגעבן אן אפיציעלע ביטע צום סעקיוריטי קאונסיל פון דער יו-ען, זיי צו באשיצן פון דעם טערקישן מיליטער, נאכדעם וואס דער טערקישער דיקטאטור ארדואן האט געווארנט צו באמבארדירן קורדישע מיליציעס, וואס האלטן זיך אויף אין דעם קורדישן ראיאן נעבן דער סירישער גרעניץ.

אנקארא באטראכט די קורדישע מיליציעס אין סיריע אלס אפיליאירט מיט דעם קורדישן אונטערגרונד אין טערקיי, און דעריבער ווערן זיי באטראכט דורך טערקיי אלס טעראר ארגאניזאציעס. די קורדישע פירערשאפט האט אין איר בריוו צום זיכערהייטס קאנסיל געשריבן אז די וועלט וועט טראגן א פאראנטווארטליכקייט פאר׳ן נישט אפשטעלן טערקיי באצייטנס, און אויב וועט די וועלט נישט אינטערווינירן, וועט טערקיי ווארשיינליך באמבארדירן אינמיטן ציווילע געגענטער אין קורדישן ראיאן, וועלכע איז געדעכט באוואוינט, און עס קען ברענגען א מאסיווע טראגעדיע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל