דאס רוסישע מיליטער האט אינסטאלירט אירע מאכטפולע עס-400 מיסיל ארויסשיסער אויפ׳ן קרימיער האלב-אינזל וואס זי האט אנעקסירט פון אוקראינע אין יאר 14' און דערמיט פארשטערקערט איר מיליטערישע אנוועזנהייט ביים מזרח-גרעניץ מיט אוקראינע. ווי עס שיינט קומט עס אלס רעאקציע צו א לעצטיגן וואפן-אפמאך וואס אמעריקע האט געשלאסן מיט אוקראינע, אונטער וועלכע זי וועט צושטעלן פאר אוקראינע פארגעשריטענע מיסילס און אנטי-טאנק וואפן. די רוסישע עס-400 זענען מאכטפולע ערד-צו-לופט מיסילס, וועלכע צילן פליגערס ביי א ווייטקייט פון 250 מייל, און קענען אויך אראפברענגען באליסיטישע מיסילס ביז צו א ווייטקייט פון ארום פערציג מייל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל