דער טערקישער פרעמיער מיניסטער האט פארדאמט א פרישע אפענסיווע פון דעם אסאד רעזשים באגלייט מיט איראנער מיליציעס אין דער אידליב פראווינץ נאענט צום טערקישן גרעניץ, זאגנדיג אז די געגנט איז פארפלייצט מיט ציווילע פליטים און די פרישע שלאכטן וועלן ברענגען א פרישע כוואליע פון פליכטלונגען, וואס טוט פארלעצן דעם אפמאך וועלכע איז געשלאסן געווארן צווישן טערקיי, איראן און רוסלאנד אונטער וועלכע די געגנטער זענען דעזיגנירט אלס דע-מיליטעריזירט. דער טערקישער פרעמיער, בינאלי יילדערים, האט געפאדערט פון רוסלאנד און איראן אויסצונוצן זייער איינפלוס אויף דעם רעזשים און אפשטעלן די אפענסיווע. טערקיי איז שוין אצינד א היים פאר ארום 3 מיליאן סירישע פליטים, און זי איז דעריבער באזארגט פון א פרישן פלייץ פליטים וואס אזעלכע מיליטערישע אפעראציעס וועלן ברענגען. לויט א לעצטערע יו-ען באריכט טוט דער אסאד רעזשים נאכאנאנד פארלעצן דעם פייער-אפשטעל אפמאך און אירע מיליטערישע אקציעס זינט דאן האבן שוין פארטריבן צענדליגע טויזנטער פון זייערע היימען.

בילד

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל