דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט דעם פרייטאג ארויסגעשטעלט אן אולטימאטום פאר איראן צו ״פארריכטן״ דעם נוקלעארן אפמאך וואס איז געווען צווישן איראן און די זעקס וועלט-מאכטן, אריינגערעכנט אמעריקע אונטער דער אבאמא אדמינסטראציע. דער פרעזידענט האט דערווייל באשטעטיגט דעם אפמאך און געגעבן א ״וועיווער״ פאר די סאנקציעס, אבער ער האט גלייכצייטיג אויך געזאגט אז דאס איז נאר גילטיג ביז 120 טעג, און דאן מוז איראן איינשטימען צו אן אפמאך אונטער וועלכע איראן וועט מוזן געבן אומבאגרעניצטע צוטריט פאר אינטערנאציאנאלע אינספעקטארס אין זייערע מיליטערישע איינריכטונגען, און אזוי אויך זאל עס שטעלן באגרעניצונגען אויף דעם לאנג-שטרעקיגן מיסיל פראגראם פון איראן.

אויסער דעם האט דער פרעזידענט אויך געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף פערצן איראנער אינדיווידועלען און קערפערשאפטן, אריינגערעכנט דעם הויפט ריכטער אייאטאלע סאדאק לאריאני, א נאענטער פריינט פון אייאטאלע כאמינאי. דער איראנער אויסערן מיניסטער האט שטארק קריטיקירט דעם סטעיטמענט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, זאגנדיג אז די סאנקציעס קעגן לאריאני זענען א פיינטליכע אקט, און אמעריקע האט מיט דעם אריבערגעשפרייזט ״א רויטע ליניע״ וואס וועט ברענגען א שארפע רעאקציע פונעם איסלאמישן רעפובליק, ער האט אבער נישט אנגעגעבן ספעציפיש וואס די רעאקציע וועט זיין.

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז זיין אולטימאטום גיט א לעצטע געלעגנהייט פאר אייראפע צו פארריכטן וואס ער באצייכנט אלס א ״קאטאסטראפאלער אפמאך״, און אויב ווערן נישט די פארלאנגען ערפילט, וועט אמעריקע זיך גענצליך ארויסציען פונעם אפמאך און באנייען די סאנקציעס.

אייראפעישע אויסערן מיניסטארן זענען ערווארטעט זיך צו טרעפן אין בריסל קומענדיגע יאנואר 22 צו דיסקוטירן זייער ווייטערדיגע שריט, אבער איראן האט שוין קלאר געמאכט אז זיי זענען נישט גרייט צו טוישן דעם אפמאך. פרעזידענט טראמפ׳ס שריט איז שטארק קריטיקירט געווארן דורך עטליכע רעגירונגען, אריינגערעכנט דורך רוסלאנד, וועלכע האט אנגערופן דעם סטעיטמענט 'עקסטרעם נעגאטיוו.'

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל