א פרישע באריכט אינעם ״ניו יארק טיימס״ דעקט אויף אז פרעזידענט טראמפ האט פרובירט צו אויפזאגן דעם ספעציעלן פראקוראר מיולער וועלכער קוקט אריין אין די אינטערווענץ פון רוסלאנד און אירע פארבינדונגען צום טראמפ קאמפיין, לויט די באריכט האט דער פרעזידענט פאריגן יוני פארלאנגט פונעם לעגאלן ראטגעבער פון ווייסן הויז דאן מעקגהאן אז ער זאל פארארדענען דעם יוסטיץ דעפארטמענט צו אפזאגן מיולער, אבער דער ראטגעבער האט זיך אנטזאגט פון העלפן דערמיט, און לויט טייל באריכטן געסטראשעט מיט רעזיגנאציע. דער פרעזידענט האט געשריבן אויף טוויטער אז די געשיכטע איז גענצליך באזיסלאז און עס אנגערופן ״פעיק ניוז״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל