אן אנגעבליכער נעא-נאצי וואס האט מיט אכצן יאר צוריק דורכגעפירט א באמבע-אטאקע אויף א דייטשער באן וועלכע האט אויף זיך געפירט אידישע אימיגראנטן, האט אפגעלייקנט די באשולדיגונגען אז ער זאל האבן דורכגעפירט דעם אקט.

דער 51-יעריגער ראלף ספייס איז אנגעקלאגט געווארן אויף אכצן מארד-פרואוו קלאגעס, צוליב דעם אויפרייס וואס ער זאל האבן דורכגעפירט אויף א באן אין דוזלדארף אין יולי 00'.

אין יענער אטאקע, זענען צען רוסישע אימיגראנטן, אריינגערעכנט זעקס אידן, פארוואונדעט געווארן.

די פאליציי זאגט אז ספייס איז נאך פריער געווען א באקאנטער נעא-נאצי אקטיוויסט.

ספייס, וועלכער לייקנט די באשולדיגונגען, האט אבער מיט א קארגע דריי יאר צוריק זיך אויפגעטאן פאר עמיצן איבער דעם אטאקע.

בילד: באשולדיגטער דייטש לייקנט באמבע-אטאקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל