צוויי גרויסע פירמעס וואס האבן בייגעשטייערט שיין געלט פאר ביל דעבלאזיא'ס מעיאר-קאמפיין האבן באקומען שטאטישע שטחים, אויף וועלכע א בנין מיט מארקעט-רענט דירות וועלן געבויט ווערן.

די צוויי זענען דאן אויסגעקליבן געווארן אלס די וואס וועלן אויפבויען צוויי זעכצן-שטאקיגע געביידעס אויף א שטאטישן שטח, וואס דארף אנגעבליך געווידמעט ווערן פאר נידעריגע-פארדינער דירות, אבער העלפט פון די פינף-הונדערט זענען אויסגעשלאסן פון דעם כלל און וועלן פארדינגען ווערן פאר מארקעט-רענט.

די געביידע, וואס וועט אויפגעשטעלט ווערן אין דער טייערער 'באראם היל' געגנט, נישט ווייט פון וויליאמסבורג, איז דער צווייטער אזא פראיעקט וואס א דעבלאזיא שטיצער האט באקומען. דער פריערדיגער איז געווען אויף דער אויבערשטער וועסט סייד פון מאנהעטן.

בילד: מעיאר-קאמפיין ביישטייער באקומען שטאט-שטח אינוועסטמענט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל