פרעזידענט טראמפ האט היינט געגעבן זיין צענטראלע רעדע ביים גלאבאלן סאמיט אין דאוואס ווי ער האט אונטערגעשטראכן די פרינציפן וועלכע ער האט ווען עס קומט צו גלאבאלע האנדל, ער האט גלייכצייטיג אויך פרובירט צו בארואיגן אינטערנאציאנאלע פירער אז אמעריקע וויל אנהאלטן גוטע האנדל באציאונגען מיט יעדן, ״אמעריקע ערשט מיינט נישט אמעריקע אליין, אמעריקע איז אפן פאר ביזנעס פאר יעדן איינעם״ האט דער פרעזידענט געזאגט, און דערביי קריטיקירט די ביז יעצטיגע גלאבאלע האנדלס אפמאכן וואס לויט אים זענען זיי אלעמאל געווען בעסער פאר אנדערע לענדער און נישט פאר אמעריקע. דער פרעזידענט האט אויך ארויסגעהויבן זיינע עקאנאמישע דערגרייכונגען ווען ער צייכנט אפ זיין ערשטע יאר אין אמט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל