וואשינגטאן – דינסטאג נאכט האט מען געהערט א פרישע אנטוויקלונג ארום דעם דאקא פראגראם, וועלכע באשיצט יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן פון ווערן דעפארטירט, ווען א פעדעראלער ריכטער אין קאליפארניע האט געאורטיילט, אז אויף דערווייל מוז די טראמפ אדמיניסטראציע ווייטער לאזן אנגיין דעם דאקא פראגראם, טראץ טראמפ'ס סעפטעמבער עקזעקוטיוו ארדער עס אפצושטעלן. דער ריכטער זאגט אז עס זענען אריינגעגעבן געווארן עטליכע אנקלאגעס קעגן טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער, און ווילאנג די קלאגעס ווערן נישט ענדגילטיג אויסגעהערט ביי געריכט פראצעסן, מוז די טראמפ אדמיניסטראציע לאזן דעם פראגראם אנגיין. טראמפ האט רעאגירט צום געריכט אורטייל, אז ס'איז נישט יושר'דיג, און דער אורטייל קומט פונקט אין א צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געצייגט וויליגקייט צוריקצושטעלן דאקא און עס מאכן פערמאנענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל