פלארידע – עטליכע סטעיטס האבן נעכטן אנגעהויבן פארפירן קעגן דער פעדעראלער רעגירונג, פארלאנגענדיג אז מען זאל זיי געבן די געלעגנהייט צו ווערן אויסגעשלאסן פון די אויסגעברייטערטע גראבונגען פאר אויל אין זייערע וואסערן. דער שטורעם איז באזירט אויף דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך באשטעטיגט אז מ'וועט אויסברייטערן די גראבונגען פאר אויל אונטער'ן וואסער, און מ'וועט גראבן ביי פילע סטעיט בארטנס – וואס די מעלדונג האט באלד געברענגט קריטיק פון די באטראפענע סטעיטס, אז ס'וועט שעדיגן זייער טוריזם אינדוסטריע. אין פלארידע, האט זיך דער רעפובליקאנער גאווערנאר, ריק סקאט, געבעטן ביים אינערן סעקרעטאר רייען זינקע, אז זיין סטעיט זאל ווערן אויסגעשלאסן פון דער נייער פארארדענונג, און סעקרעטאר זינקע האט געשאנקען פאר פלארידע און זיי ארויסגענומען פון דער נייער גראבונגען פארארדענונג. אצינד ווילן אנדערע סטעיטס אויך באקומען דעם זעלבן ארויסצי ווי פלארידע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל