ניו יארק סיטי – דער בענגלאדעשער אימיגראנט וועלכער האט פרובירט דורכצופירן א טעראר אטאקע אויפרייס אין ניו יארק סיטי'ס סאבוועי סיסטעם מיט עטליכע וואכן צוריק, איז אפיציעל אנגעקלאגט געווארן. דער טעראריסט אקאיעד אולא, וועלכער איז געווען דער איינציגסטער פארוואונדעט צו ווערן ביים אויפרייסן זיין באמבע אום דעצעמבער 11 ביי דעם "פארט אויטאריטי" טערמינאל, און איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן ארט, בשעת די באמבע האט זיך נאך געפונען אויף אים, איז אנגעקלאגט געווארן דורך א גרענד דזשורי.

די הויפט קלאגע קעגן אים איז אז ער האט צוגעשטעלט מאטעריאל שטיצע פאר טעראריסטן, און אויסער דעם זענען דא עטליכע קלאגעס איבער'ן שעדיגן פובליק פראפערטי, פרובירן צו שעדיגן און פארוואונדן אנדערע מענטשן, און נאך. אויב וועט אולא ווערן געפונען שולדיג אויף אלע קלאגעס, שטייט ער אויס די מעגליכקייט פון פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכער טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל