קאראקאס – די ווענעזועלער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז עס וועלן אפגעהאלטן ווערן פרעזידענט וואלן קומענדיגן אפריל, וואס מ'דערווארט אז דער אמטירנדער פרעזידענט און דיקטאטור ניקאלעס מאדורא זאל גרינג געווינען ווידערוויילונג. דער פאקט אז עס גייען פארקומען געהעריגע דעמאקראטישע וואלן, צייגט ווי אומריכטיג די איבריגע וועלט באטראכט די סיטואציע אין ווענעזועלע, האבן די רעגירונג באאמטע נעכטן געזאגט, איז אצינד לעכערליך אז אמעריקע און אירע אליאירטע האבן ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף ווענעזועלע. אבער די ווענעזועלער אפאזיציע פירער האבן אפגעלאכט פון דער מעלדונג אז עס גייען פארקומען וואלן, זאגנדיג אז מאדורא גייט ווירקליך לויפן אלס דער איינציגסטער עכטער קאנדידאט, און ער וועט דעריבער ווארשיינליך באקומען מער ווי 90 פראצענט אפגעגעבענע שטימען.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל