קאנאדע – דער "נאפטא" האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע, קאנאדע און מעקסיקא, איז אין א באלדיגן געפאר פון אנולירט ווערן, נאכדעם וואס מען זעט נישט דערווייל קיין שום פארשריט אין די אנגייענדיגע געשפרעכן איבערצומאכן און פארבעסערן דעם אפמאך.

דער זארג ביי די רעגירונגען פון קאנאדע און מעקסיקא, קומט אין א צייט וואס מען האט נעכטן אנגעהויבן די לעצטע רונדע געשפרעכן צווישן די דריי לענדער איבערצוארבעטן דעם אפמאך, וואס די געשפרעכן זענען פאררופן געווארן ווען טראמפ האט געסטראשעט אז ער וועט אפשאפן דעם דיעל, אויב וועט מען עס נישט פארבעסערן.

דער קאנאדישער פרעזידענט מיניסטער, דזשאסטין טרודא, האט נעכטן געזאגט, אז ער ארבעט שווער איבערצוצייגן טראמפ צוריקצוציען פון דער סטראשע און פולקאם פארבלייבן אין נאפטא, און טרודא האט נעכטן אונטערגעשריבן א גרויסן "טראנס-פאסיפיק האנדלס אפמאך" מיט 10 לענדער, וועלנדיג לייגן דרוק אויף טראמפ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל