אפריקע – דער פרעזידענט פון אוגאנדע, פרעזידענט יאווערי מוסאוויני (Yoweri Museveni), האט געגעבן א רעדע, אין וועלכע ער האט שטארק אויסגעלויבט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ. דאס קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס טראמפ איז פארדאמט געווארן דורך די "אפריקאנער יוניאן" פירער און פילע לענדער איבער דער וועלט, היות עס זענען אפירגעקומען באריכטן אז ער האט זיך גאר געמיין און מיאוס אויסגעדרוקט אויף אפריקאנער לענדער. מוסאוויני זאגט אז "איך גלייב פרעזידענט טראמפ, און אמעריקע האט יעצט איינעם פון די בעסטע פרעזידענטן אין היסטאריע, ווייל ער איז זייער אויפריכטיג מיט די אפריקאנער, און מיר אפריקאנער דארפן לעזן אונזערע פראבלעמען".

לינקס: אוגאנדע פרעזידענט יאווערי מוסאוויני

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל