אין א געשפרעך מיט דער פרעסע האט מעיאר דעבלאזיא געמאלדן אז די שטאט וועט עפענען אן אויספארשונג אויף דער פאליציי, צוליב קלאנגען אז די פאליסלייט האבן זיך אויפגעפירט ווילד און אגרעסיוו דורכאויס א פראטעסט די פאריגע וואך קעגן דעם ארויסווארפן פון לאנד א פאפולערער אקטיוויסט לטובת אימיגראציע-רעכטן.

דאס איז געווען ווען 'אימיגראציע און גרעניץ' אגענטן האבן פאריגן דאנערשטאג פארהאלטן ראַווי ראַגביר, מיט'ן ציל אים ארויסצושיקן פון לאנד, וואס האט ארויסגערופן שטורעמישע פראטעסטן ביי דער מאנהעטן איי-סי-אי געביידע און געפירט צום ארעסט פון אכצן מענטשן, אריינגערעכנט צוויי קאנסיללייט.

הונדערטער האבן זיך פארזאמעלט אינדרויסן פון דער געביידע, פראטעסטירנדיג קעגן דעם אקט. א צאל מענטשן, אריינגערעכנט קאנסיללייט, האבן פרובירט בלאקירן דעם אמבולאנס, אין וועלכן ראגבי, וועמען ס'איז אינדערצווישן שלעכט געווארן, האט זיך געפונען, און די פאליציי האט אנגעהויבן ניצן כח צו צעטרייבן די מאסן.

"מיר וועלן זיכער אריינקוקן אין דעם אינצידענט צו דערגיין גענוי וואס דארט האט פאסירט," האט דער מעיאר געזאגט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל