ירושלים - היינט וועט די 'ועדת חוץ ובטחון' פון כנסת המינים אין מדינת ישראל באהאנדלען נייע רעגלאמענטן [תקנות חוק] פאר'ן געזעץ פון גיוס בנות אין ארה"ק, וואס וועט זייער באגרעניצן דאס געבן א "פטור" פאר רעליגיעזע מיידלעך פון דינען אין מיליטער.

ווי באקאנט איז נאך ביז צום היינטיגן טאג נישטא קיין געהעריגע געזעץ אין מדינת ישראל וואס פטר'ט פרומע מיידלעך פון מיליטערישע/ציווילע דינסט, און ליידער זוכט יעצט דער שלטון הרשע אנצוהייבן אויסצופירן דעם טרוקענעם געזעץ, וואס פארפליכטעט יעדן בירגער/בירגערין פון מדינת ישראל צו דינען אין מיליטער, וואס גדולי ישראל האבן כידוע געזאגט אז פאר א אידישע טאכטער איז דינען אין מיליטער אדער שירות לאומי בגזירת יהרג ואל יעבור.

די רעגירונג וויל צום ערשט אוועקשטעלן א קאמיטע, וואס וועט קענען אראפווארפן א 'פטור' אין פאל זיי זענען מחליט אז דאס מיידל איז נישט גענוג רעליגיעז. די קאמיטע וועט זיין צוזאמגעשטעלט פון א ריכטער, צוויי מיליטערישע אפיצירן, א מיליטערישער רב, און א רב מטעם, און דאס וועט טוישן דעם מצב פון ביז יעצט אויף א געפערליכן פארנעם, היה לא תהיה. דאס איז אין צוגאב וואס אויך יעצט איז שוין זייער פארשווערט געווארן פאר אידישע מיידלעך צו באקומען א "פטור."

נעכטן נאכט זענען אפגעהאלטן געווארן עצרות תפלה אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, קעגן דער ביטערער גזירה, אויך היינט איז באשטימט געווארן צווישן ערליכע קרייזן פאר א יום תפילה וזעקה איינצורייסן שערי שמים מבטל צו זיין די גזירה.

עקסטער איז ערשינען א פייערדיגער בריוו פון די גדולי ראשי הישיבות אין אמעריקע, וואס שרייבן "בנפשינו הדבר" אויב חלילה גייט דורך די נייע תקנות חוק. די ראשי ישיבה שרייבן אז זיי וועלן צושטיין מיט אלעם מעגליך און טון וואס נאר מ'קען מעורר צו זיין אמעריקאנער אידן, און זיי בעטן זיך אין זייער בריוו צו די אלע גורמים אין ארץ ישראל, מ'זאל נישט צושטימען חלילה צוצורירן דאס געזעץ וואס עקזיסטירט יעצט, נאר אלעס מוז בלייבן סטאוטס קווא, נישט ס'זאל שפעטער זיין צו שפעט און ס'וועט שוין ח"ו זיין א מעוות לא יוכל לתקן.

על זה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו!

פלאקאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל