דער פרעזידענט פון 'דזשאן דזשעי קאלעדזש' האט געמאלדן, אז ער וועט נישט דערלויבן דער אינסטיטוט אנצונעמען געלט-שטיצע פון די קאטש-ברידער פאונדעישאנס.

דער שטאטישער קאלעדזש-סיסטעם, וואס פלאגט זיך מיט געלט, וויל אבער נישט נעמען קיין געלט פון קיין קאנסערוואטיווע נדבנים, טראץ דעם וואס יענע שטיצן אויך ליבעראלע צוועקן.

דער באשלוס, וואס קומט נאך עטליכע יאר נעמען צענדליגער טויזנטער דאלארס פון פארשידענע קאטש-פונדאציעס, קומט נאך דעם וואס מיטגלידערס פון דעם קאלעדזש טענה'ן אז די קאטש-ברידער ניצן זייער פינאנציעלן איינפלוס צו שטופן די אינסטיטוט אויפצונעמען אויך 'מעסיגע' לערערס, נישט נאר ליבעראלע, ווי ס'איז דער סיסטעם אין סיטי קאלעדזש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל