וואשינגטאן – צוויי אמעריקאנער בירגער, וועלכע זענען געהאלטן געווארן אלס משכונות אין ניגעריע, זענען באפרייט געווארן און זענען אין א גוטן צושטאנד. די קידנעפינג האט פאסירט פארלאפענעם מיטוואך, ווען א גרופע אומאידענטיפיצירטע באוואפנטע פארשוינען זענען איבערגעפאלן א גרופע אויסלענדישע בירגער, וועלכע האבן גערייזט אין א וואלדיגן געגנט נישט ווייט פון דער ניגעריער הויפטשטאט אבוזשא. די פארשוינען האבן געקידנעפט צוויי אמעריקאנער און צוויי קאנאדישע בירגער, און די פאליציי האבן גלייך געזאגט אז ס'איז ווארשיינליך נישט א באקאנטע טעראר גרופע, נאר א לאקאלע באוואפנטע באנדע וועלכע זוכט צו פארדינען אביסל געלט פון אן אויסלייז-אפמאך – א זאך וואס איז אן אפטע ערשיינונג אין ניגעריע. די ניגעריער פאליציי און מיליטער זענען דערגאנגען וואו די אמעריקאנער און קאנאדישע ווערן געהאלטן אלס משכונות, און נאכ'ן אונטערנעמען א סוקסעספולע מיסיע, האבן זיי באפרייט די משכונות אומגעשעדיגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל