וואשינגטאן – הונדערטער טויזנטער האבן זיך נעכטן באטייליגט ביי די אנטי-טראמפ "פרויען מארשן" אין פארשידענע שטעט איבער'ן לאנד, וואס איז געווארן אראנזשירט פונקט צום יארטאג פון די ערשטע מאסן אנטי-טראמפ פראטעסטן און צום יארטאג פון ווען דאנאלד טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן צו זיין פרעזידענטשאפט. די פראטעסטן זענען אראנזשירט געווארן אין עטליכע גרויסע שטעט, אריינגערעכנט אין לאס אנדזשעלעס וואו איבער 600,00 האבן אנטיילגענומען, ניו יארק סיטי, וואו איבער 250,000 האבן אנטיילגענומען, און וואשינגטאן די-סי, וואו ארום 150,000 האבן אנטיילגענומען. פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט מיט א לייכטמוטיגן מעסעדזש צו די פראטעסטן, שרייבנדיג אויף טוויטער אז דער וועטער איז פיין און מילד, און ער האלט אז דאס איז דער בעסטער טאג פאר פרויען ארויסצוקומען מארשירן און אויסצודרוקן פרייד איבער די עקאנאמישע געווינסן וואס דאס לאנד האט געהאט אינעם פארלאפענעם יאר.

טוויט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל