קענטאקי – דער פארשוין וועלכער איז איבערגעפאלן און אטאקירט דעם רעפובליקאנער קענטאקי סענאטאר, רענד פאול, האט געזאגט אז ער איז גרייט זיך צו דערקלערן שולדיג אויף א סעריע הארבע פעדעראלע קלאגעס. דער איבערפאל אויף סענאטאר פאול האט פאסירט מיט כמעט דריי מאנאטן צוריק, ווען רענעי באושאר, א שכן מיט סענאטאר פאול, איז אים איבערגעפאלן און ווילד צעשלאגן, איבערלאזנדיג דעם סענאטאר מיט עטליכע צעבראכענע ריפן-ביינער און אנדערע וואונדן, פאר וועלכע ער האט געדארפט צוקומען צו ערנסטע שפיטאל באהאנדלונג. עס איז ביז יעצט פארבליבן א מיסטעריע צי באושאר'ס אטאקע איז געווען פאליטיש-מאטיווירט, אדער נישט, ווי ער זאגט. באושאר איז אויסגעשטאנען צען יאר טורמע, אבער פעדעראלע פראקורארן האבן געזאגט אז אויב איז ער טאקע מסכים זיך צו דערקלערן שולדיג, וועט ער נאר אויסשטיין ארום איינס און א האלב יאר טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל