וואשינגטאן – אין די יעצטיגע טעג גייען אן געשפרעכן צווישן אמעריקע און מעקסיקא, איבער די מעגליכקייט אז מעקסיקא וועט ערלויבן אמעריקאנער רעגירונג לופט-מארשאלס זיך צו געפינען אויף קאמערציאלע פאסאזשיר פליגערס וועלכע קומען פון מעקסיקא צו די פאראייניגטע שטאטן. מעקסיקא זוכט צו געפעלן פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, ווייל זיי ווילן א גוטן אויסגאנג פון די אנגייענדיגע געשפרעכן איבער'ן נאפטא האנדלס אפמאך, און דעריבער האבן זיי פונדאסניי געעפנט די מעגליכקייט אז זיי וועלן ערלויבן די לופט-מארשאלס – וואס וועט ערלויבן די פעדעראלע רעגירונג בעסער צו האלטן אן אויג אויף וועלכע סארט מענטשן עס קומען אריין פון מעקסיקא קיין אמעריקע דורך פליגערס.

איין אישו וואס דארף נאך אויסגעהאמערט ווערן, איז דער פאקט אז די לופט-מארשאלס פארמאגן "סטאן" רעוואלווערס אויף זיך, און מעקסיקא עקשנ'ט זיך, ווייל דאס באדייט אז באוואפנטע אויסלענדישע אגענטן וועלן זיך געפינען ביי איר אין לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל