שענעקטעדי – צוויי הייזער אין שענעקטעדי, ניו יארק, אינאיינעם מיט א גאראדזש, זענען גענצליך איינגעווארפן געווארן נאכדעם וואס עס האט פאסירט א מאסיווער מאראסט גליטש. אלעס אינאיינעם זענען איבער צוועלעף לאקאלע איינוואוינער געבליבן היימלאז און אן קיין דאך איבער'ן קאפ. לאקאלע אויטאריטעטן האבן פארארדענט די איינווארפונג פון די סטרוקטורן, נאכדעם וואס א מאראסט גליטש האט חרוב געמאכט דעם בארג אויף וועלכע זיי זענען געווען געבויעט, און אויב די סטרוקטורן וואלטן געפאלן אויף אראפ, וואלט עס געשעדיגט ארום פינף געביידעס וועלכע שטייען אונטן פונעם בארג. אין לויף פונעם מאראסט גליטש האבן דריי לאקאלע איינוואוינער געדארפט געראטעוועט ווערן פון אן איינגעזונקענע געביידע, אריינגערעכנט איינער וואס האט געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג – און די לאקאלע סיטי אויטאריטעטן האבן דערקלערט א "סטעיט אוו עמורדזשענסי", אריינברענגענדיג די "רעד קראס" צוצושטעלן צייטווייליגע האוזינג פאר די באטראפענע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל